אין די צייט וואס די באמערקונגען וואס דער פרעזידענט האט געמאכט ביי א זיצונג איבער אימיגראציע טוט ווייטער ברענגען א שטורעם און א פלייץ פון פראטעסטן איבער דער וועלט, האט דער פרעזידענט שארף אפגעווארפן די באשולדיגונגען פון פאליטיקאנטן אין ביידע פארטייען, וועלכע האבן אים באשולדיגט אין ראסיזם, און געזאגט אז זיינע ווערטער ווערן שלעכט פארטייטשט. אין א סטעיטמענט האט דער פרעזידענט געזאגט, ״איך בין דאס ווייטסטע פון א ראסיסט וואס איז נאר מעגליך״, זאגנדיג אז ער וויל שטארק אנהאלטן דעם דאק״א פראגראם צו באשיצן די יונגע אומדאקומענטירטע אימיגראנטן, אבער די דעמאקראטן זענען די וועלכע האלטן אפ דעם פראגרעס צוליב פאליטישע צוועקן. דעם פרעזידענט'ס באמערקונגען זענען - געמאכט געווארן דורכאויס א זיצונג איבער אימיגראציע, וואו ער האט זיך באקלאגט אויף דעם וואס די גרעסטע צאל אימיגראנטן קומען פון צוריקגעבליבענע לענדער אין אפריקע און נישט פון לענדער ״ ווי נארוועגיע״, באטיטלענדיג דערביי די אפריקאנער לענדער מיט א וואולגארן טערמין. די באמערקונג האט געברענגט א פלייץ פון פארדאמונגען אין אמעריקע און איבער דער וועלט, און פילע אפריקאנער לענדער האבן גערופן זייערע אמעריקאנער אמבאסאדארן צו פאדערן א דערקלערונג אויף דעם אמעריקאנער פרעזידענט׳ס ווערטער, אויך די אפריקאנער קאונסיל אין דער יו-ען האט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע פארדאמונג איבער די ווערטער פון פרעזידענט טראמפ.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל