האלאנד – פאליציי אין אמסטערדאם האבן געעפנט א טאפלטע אויספארשונג איבער צוויי פרישע אנטיסעמיטישע אינצידענטן. איין אינצידענט וואס איז אונטער אויספארשונג, איז איבער דעם וואס א פארשוין האט גערויבט צוויי זיכערהייט סורוועילענס קאמערעס פון א אידישע נוירסינג היים אין אמסטערדאם, וואס דער פארשוין האט ווארשיינליך בלויז געוואלט רויבן די קאמערעס אלס גניבה, און נישט געוואלט שעדיגן די עלטערע אידן אינעם נוירסינג היים. די צווייטע אינצידענט אונטער אויספארשונג איז דאס וואס עטליכע פארשוינען האבן געשאסן שטיינער אין ריכטונג פונעם חב"ד שוהל אין צענטראל אמסטערדאם, וואס האט פאסירט נישט לאנג נאכדעם וואס א פאלעסטינער פארשוין האט אויסגעשאסן א פענסטער פון א אידישן רעסטוראנט אין אמסטערדאם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל