די טראמפ אדמניסטראציע האט באשטעטיגט א ספעציעלע אימפארט שטייער אויף וואש מאשינען און סאולער טאוולען וואס ווערן אימפארטירט פון אינדרויסן פון אמעריקע, אלס טייל פון א ברייטערע פאליסי פון ״אמעריקע ערשט״ און שטארקן היגע פראדוקציע וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעלייגט אין לויף פון זיין קאמפיין.

די שריט איז די ערשטע ערנסטע שריט וואס די אדמינסטראציע נעמט זינט זי האט זיך ארויסגעצויגן פון די טי-פי-פי האנדלס אפמאך, און עס טוט דאס מערסטע שעדיגן כינע און סאוט קארעא פון ווי אמעריקע אימפארטירט א גרויסע טייל פון אירע וואש מאשינען און סאולער פאנעלן, די שריט איז קריטיקירט געווארן דורך ביידע רעגירונגען, סאוט קארעא האט געזאגט אז זי וועט איינרייכן א קלאגע צום וועלטס האנדלס ארגאניזאציע.

דער טאריף וועט ווערן ארויפגעלייגט לויט א סיסטעם וועלכע זאל באגרעניצן די צאל אימפארטירטע וואש מאשינען און סאולער פאנעלן, די ערשטע 1.2 מיליאן וואש מאשינען וועלן האבן א 20% אימפארט שטייער, און די מאשינען איבער דעם צאל וועלן באלאסטעט ווערן מיט 50% שטייער, אזוי אז עס זאל זיך נישט לוינען צו אימפארטירן אויסלענדישע וואש מאשינען.

די שריט איז געקומען נאכדעם וואס א שטודיע פון די אמעריקאנער האנדלס קאמיסיע האט געצייגט אז די צוויי פראדוקטן ווערן אימפארטירט מאסנווייז ביי פיל ביליגערע פרייזן ווי די היגע פראדוצירער קענען זיך ערלויבן צו פארקויפן. די אמעריקאנער פירמע ״ווירפאָל״ וועלכע פארדינט שטארק פון דעם האט שטארק באגריסט דעם שריט, און אירע סטאקס זענען היינט דראסטיש געשטיגן א דאנק די נייעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל