וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט, אז עס רוקט זיך פאראויס דער פראצעדור פון ארויסגעבן פאר'ן פובליק די ספעציעלע מעמא וועלכע די רעפובליקאנער זאגן אז ס'וועט אויפדעקן קארופציע אינערהאלב דעם יוסטיץ דעפארטמענט, די עף-בי-איי און די געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע. די רעפובליקאנער-קאנטראלירטע קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע, וועלכע האט צוזאמגעשטעלט די מעמא, האט געשטימט מאנטאג שפעט ביינאכט אז עס זאל ארויסגעגעבן ווערן פאר'ן פובליק, אבער יעצט דארף עס נאך דורכגיין דעם פרעזידענט, וועלכער קען באשליסן צו בלאקירן די גאנצע מעמא, אדער פארמעקן און צולייגן שטיקלעך דערצו. דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז טראמפ וויל די מעמא זאל ארויסקומען, אבער מ'האט נעכטן געהערט פון קאנגרעס ספיקער פאול רייען, וועלכער האט געווארנט רעפובליקאנער, נישט צו נוצן די מעמא צו אטאקירן די אנגייענדיגע טראמפ-רוסלאנד אויספארשונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל