די אנפירערין פון דער פינאנציעלער הילף אפטיילונג אין קאלאמביע אוניווערסיטעט איז אנגעקלאגט געווארן אינעם באשווינדלען די פעדעראלע רעגירונג מיט הונדערטער טויזנטער דאלארן, דורכ'ן זיי העלפן אפליקירן צו באקומען אומבארעכטיגטע שטאטישע שטיצע און זיך צעטיילן מיט'ן געלט.

דער אנגעבליכער שווינדל ציט זיך זינט 08', ווען מעלעניא וויליאמס-בעטא האט אנגעהויבן צושטעלן פאלשע דאקומענטן פאר סטודענטן, וועלכע האבן זיי אומבארעכטיגטערהייט קוואליפיצירט פאר רעגירונגס-שטיצע, און גענומען טייל פונעם געלט פאר זיך.

קאלאמביע האט אויפגעזאגט דעם דירעקטאר אנהייב פון פאריגן יאר, נאך דעם וואס די אויספארשונג איז געעפנט געווארן.

בילד: קאלאמביע אוניווערסיטעט באאמטער אנגעקלאגט אין שווינדל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל