דער סטאק מארקעט איז היינט דינסטאג אינדערפרי געשפרינגען צו א רעקארד-הויך, און דערגרייכט צו 26-טויזנט פונקטן צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע.

צווישן די טרייב-כוחות וואס האבן געהאלפן דעם מארקעט אזוי ארויפגיין איז געווען די 'יונייטעד העלט' געזונט-אינשורענס פירמע, וועלכע האט באריכטעט העכערע רווחים ווי אנאליסטן האבן פאראויסגעשאצט. די סטאק פון דער פירמע האט זיך אלס רעזולטאט געהויבן מיט 2.2 פראצענט.

אויך די פינאנציעלע פירמע, 'סיטיגרופ', האט זיך געהויבן מיט 1.4 פראצענט, נאכ'ן באריכטן בעסערע פראפיטן ווי דערווארטעט.

דרייפערטל פון די קאמפאניס וואס זענען אנגעשלאסן אין דער 'עס ענד פּי 500' ליסטע, וואס מעסט דעם פינאנציעלן געזונט-צושטאנד פון די פינף-הונדערט גרעסטע פירמעס, האבן פארענדיגט דאס פאריגע יאר בעסער ווי געראכטן.

בילד: סטאק מארקעט שלאגט היסטארישן רעקארד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל