ניו יארק סיטי – דער ברוקלין דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז האט נעכטן געזאגט, אז ברוקלין וועט זיך אן עצה געבן מיט'ן פלאצירן די הונדערטער ארעסטאנטן וועלכע וועלן צוקומען צו די בארא, ווי נאר רייקערס איילענד וועט ווערן אפגעשפארט. די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט שוין אנגעהויבן די ערשטע טריט פון אפשפארן רייקערס איילענד, ברענגענדיג א שטורעם ביי איינוואוינער אין אלע באראס, וויבאלד דער פלאן איז אז מ'וועט בויען נייע טורמעס אין אלע באראס, אויסער סטעטן איילענד, צו קענען אקאמאדירן די רייקערס ארעסטאנטן – אבער גאנזאלעז זאגט אז אין ברוקלין וועט מען פשוט אויסברייטערן די עקזיסטירנדע טורמע אין דער טאוני בארום געגנט. עס איז ארויסגעברענגט געווארן אז די טורמע אויסברייטערונג איז נישט מער ווי א "טריק", וויבאלד דאס באדייט אויך בויען נייע געביידעס און איינריכטונגען, פונקט ווי בויען א גענצליך נייע טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל