טראץ דעם וואס ענגלאנד ריקט זיך דערווייל פאראויס מיט'ן פלאן זיך אפצורייסן פונעם אייראפעאישן פארבאנד, וויל דאס לאנד אבער יא פארבלייבן אנגעשלאסן אין עטליכע אי-יו קערפערשאפטן.

כעמיע און אוויאציע זענען צוויי פעלדער מיט וועלכע ענגלאנד האט יא חשק צו בלייבן אנגעשלאסן אין דער אי-יו, און יעצט איז אויפגעברענגט געווארן די מעגליכקייט אז אויך אינעם סעקטאר פון מעדיצין זאל ענגלאנד בלייבן טייל פונעם פארבאנד, אפילו נאכ'ן דורכפירן דעם 'ברעקזיט'.

א סך אין דער אייראפעאישער רעגירונג זענען אבער אומצופרידן מיט דעם געדאנק, טענה'נדיג אז ענגלאנד קען נישט אויסקלייבן נאר די חלקים פון דער אי-יו וואס זענען איר גוט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל