איראן — דער איראנער גייסטליכער פירער איאטאלא כומעיני, האט נעכטן צום ערשטן מאל עפנטליך אדרעסירט די אנגייענדיגע אנטי-רעגירונג פראטעסטן אין לאנד, זאגנדיג אז דאס זענען ארקעסטרירט דורך איראן'ס שונאים, ספעציפיש די פאראייניגטע שטאטן. דאס ווייסע הויז האט רעאגירט צו כומעיני'ס סטעיטמענט, זאגנדיג אז דאס איז א לעכערליכע באשולדיגונג, ווייל די פראטעסטן זענען אויטענטיש און קומען פון עכטן אויפברויז און אנטוישונג וואס די איראנער בירגער שפירן קעגן זייער רעגירונג. מען האט נעכטן אויך געהערט אז די איראנער רעגירונג האט אנגעהויבן בלאקירן צוטריט צו אלע סאציאלע מידיא–נעצן איבער'ן לאנד, נישט צו ערלויבן בירגער צו ארגאניזירן פרישע פראטעסטן. אויך האבן די אויטאריטעטן געזאגט אז די צאל אומגעקומענע זינט'ן אנהייב פון די פראטעסטן, איז געשטיגן צו 21.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל