טעהראן – די מאסיווע פראטעסטן אין איראן זענען נעכטן געווארן נאך שטערקער, ווען פרישע טויזנטער זענען ארויסגעקומען אין די גאסן פראטעסטירן קעגן דער רעגירונג און קעגן דעם שווערן עקאנאמישן צושטאנד אין לאנד, אונטער דעם איסלאמישן רעזשים פון איאטאלא כומעיני.

זעענדיג אז די פראטעסטן לאזן נישט נאך, האט די איראנער רעגירונג שטילערהייט אונטערגענומען א סעריע שריט, צו פארזיכערן אז די ארגאניזירער קענען נישט געהעריג קאמיוניקירן, דורכ'ן איינצוימען און בלאקירן צוטריט צו פילע סאציאלע-מידיא נעצן איבער'ן גאנצן לאנד.

אפיציעל אבער האט די איראנער רעגירונג געזאגט אז זי וועט ערלויבן די פראטעסטן, אזוי לאנג ווי עס איז פרידליך, און מען האט ספעציפיש געהערט פונעם איראנער פרעזידענט רוכאני, אז די פראטעסטירער דארפן זיכער מאכן אז ס'ברענגט גוטס, און נישט סתם כאאס.

ווי עקספערטן צייגן אן, זענען די יעצטיגע אנגייענדיגע פראטעסטן גאר היסטאריש. ווייל הגם אין יאר 2009 זענען שוין געווען מאסן פראטעסטן, זענען אבער יענע געווען אלס רעזולטאט פון וואלן, בעת די יעצטיגע פראטעסטן האבן ספאנטאן אויסגעבראכן, און ס'איז דאס ערשטע מאל וואס מ'הערט אפענע קריטיק קעגן כומעיני.

אפדעיט:
כאטש 12 זענען באריכטעט טויט פון די פראטעסטן.

בילד: פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל