אידישע וועטער באריכט


נאך א וואך צוויי פון מילדע - און צומאל רעגענדיגע וועטער - קומט מער ווינטערדיגע וועטער צוריק. א קאלטע פראנט וואס איז אדורכגעקומען מיט די נעכטיגע רעגן, וועט בלייבען נאנט. אפאר קליינע שטורמס, ריקען זיך אויף דער פראנט. עס איז נישט זיכער ווי נאנט די שטורמס קומען צו אונז, דעריבער קענען מיר אפשר זעהן א ביסעל לייכטע שניי היינט נאכט און מארגן. אויב עס קומט נענטער, קענען מיר זעהן אביסעל מער שניי, ספעצעיל פון שטאט און צו די דרום און מזרח. טרוקענע און קעלטערע וועטער, וועט דעמאלטס אריינקומען פאר מיטוואך און דאנערשטאג. פרייטאג און פרייטאג צונאכטס איז פארהאן א צווייטע מעגליכקייט פאר א שניי.

נאך א קאלטע און זוניגע שבת, קומט א דריטע מעגליכקייט פאר שניי, אנהויב קומענדיגע וואך.


ניו יארק סיטי
מאנטאג-🌥/🌧?42
נאכט-❄️? 29
דינסטאג-🌨?35
מיטוואך -🌤32
דאנערשטאג -🌤43
פרייטאג-❄️38
שבת-🌤30
זונטאג-⛅️/❄️?38

לעיקוואוד
מאנטאג-🌧?42
נאכט-❄️? 30
דינסטאג-❄️?35
מיטוואך -🌤32
דאנערשטאג -🌤45
פרייטאג-❄️?☔️40
שבת-🌤32
זונטאג-⛅️/❄️?40

מאנסי און קרית יואל
מאנטאג-🌤38
נאכט-🌨? 23
דינסטאג-🌨?32
מיטוואך -🌤29
דאנערשטאג -🌤42
פרייטאג-❄️32
שבת-🌤25
זונטאג-⛅️/❄️?35

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
מאנטאג-🌤16
נאכט-❄️? 14
דינסטאג-🌨?18
מיטוואך -🌤18
דאנערשטאג -🌨?36
פרייטאג-❄️12
שבת-🌤9




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל