אידישע וועטער באריכט


די אויסערגעווענטליכע קעלט, גייט ווייטער אן. עס איז געבליבען נעכטן, בערך די זעלבע 15 דעגריס א גאנצע טאג, מיט די ווינט האט זיך עס געשפירט ווי 0 אדער ווייניגער. די נאכט נאכט איז געווען די קעלטסטע נאכט ביז יעצט, מיט טעמפרעטורס ארום 7 אין שטאט, און ריעל פילס פון 10-. אפסטעיט איז געווען ארום 0 מיט ריעל פילס פון 10- ביז 15-.

היינט וועט זיין ענדליך צו נעכטן, אבער מיט מער זון. דינסטאג וועט עס ווערן אביסעל בעסער, מיט טעמפרעטורס אין די 20'ערס, און ביי מיטוואך קען עס זיך ״אנווארעמען״ צו 30. מיטוואך נאכט און דאנערשטאג איז ווייט פון קלאר לגבי די וועטער.

א שטורם וועט זיך דעוועלאפען צו א מעכטיגע בליזזארד, אבער עס זעהט דערווייל צו בלייבען ווייט גענוג פון אונז, נאר צו ברענגען אביסעל לייכטע שניי. עס איז א מצב וואס אויב דאס וואלט געקומען נענטער וואלטן מיר געקענט זעהן שניי אין פוס-מאס נישט אינטשעס-מאס. מיר וועלן האלטען אן אויג אויף דעם.

איינמאל די שטורם גייט פארביי, ברענגט עס נאך א פראסטיגע פאר טעג פאר אונז, פאר פרייטאג און שב"ק פרשת שמות.


ניו יארק סיטי
מאנטאג-🌤17😨2-
נאכט-🌛12😨5-
דינסטאג-🌤22
נאכט-☁️🌛16
מיטוואך -🌤30
דאנערשטאג -❄️?28
פרייטאג-🌤13
שבת-🌤18
זונטאג-🌤27
לעיקוואד
מאנטאג-🌤18😨5-
נאכט-🌛12😨5-
דינסטאג-🌤23
נאכט-🌛 12
מיטוואך -🌤32
דאנערשטאג -❄️?28
פרייטאג-🌤16
שבת-🌤20
זונטאג-🌤29

מאנסי און קרית יואל
מאנטאג-🌤14😨5-
נאכט-🌛5😨8-
דינסטאג-🌤20
נאכט-🌛 6
מיטוואך -🌤25
דאנערשטאג -❄️?23
פרייטאג-🌤10
שבת-🌤12
זונטאג-🌤22

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
מאנטאג-🌤8-😨30-
נאכט-🌛💨18-😨40-
דינסטאג-🌤0
נאכט-☁️ 0
מיטוואך -🌨?0
דאנערשטאג -❄️?10
פרייטאג-🌤0
שבת-🌤0




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל