אמווייניגסטנס 35 זענען אומגעקומען און איבער 90 זענען פארוואונדעט געווארן אין א זעלבסמארד באמבע אטאקע אין צענטער פון באגדאד, דאס איז שוין די צווייטע טויטליכע אטאקע אינעם איראקער הויפטשטאט אין בלויז דריי טעג, די צוויי זעלבסמארד טעראריסטן האבן זיך סימולטאניש אויפגעריסן אין א סקווער אין צענטער פון שטעט וואס דינט אלס טרעפפונקט פאר ארבייטער וועלכע זוכן ארבייט פאר׳ן טאג, די אטאקע איז פארגעקומען אין א צייט ווען דאס פלאץ ווירבלט מיט ארבייטער און ארבייטסגעבער, אויטאריטעטן זאגן אז צווישן די פארוואונדעטע געפונען זיך פילע אין א לעבנסגעפאר און די צאל אומגעקומענע איז ערווארטעט צו שטייגן פיל מער. דערווייל האט קיינער נישט גענומען קיין פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז עס איז די טויטליכסטע אטאקע אין איראק זינט זי האט דערקלערט זיג איבער אייסיס פאריגן חודש.

בילד: צענדליגע אומגעקומענע און 90 פארוואונדעטע אין טויטליכע אויפרייס אין באגדאד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל