א תושב פון לעיקוואוד האט אנגעהויבן א פעטיציע צום גאווערנאר פון ניו דזשוירזי, צו העכערן דעם ספיד לימיט אויפ'ן 'גארדן סטעיט פארקוועי' פון 65 צו 75 מייל-פער-שעה.

די פעטיציע, וועלכע פארמאגט שוין ארום 1400 אונטערשריפטן, ווייזט אן אז מיט'ן דערלויבן צו פארן שנעלער אויף דעם וויכטיגן ניו דזשוירזי הייוועי, וועלן מענטשן איינגיין אנצונעמען ארבעט ווייטער פון דערהיים, וואס וועט העלפן רעדוצירן די ארבעטסלאזיגקייט ראטע אין שטאט.

דאס לעצטע מאל וואס דער ספיד לימיט אויפ'ן פארקוועי איז געהויבן געווארן איז געווען מיט צוואנציג יאר צוריק, ווען ניו דזשוירזי האט ארויפגעריקט דעם לימיט פון 55 צו 65 מייל-פער-שעה.

דער 'גארדן סטעיט פארקוועי' הייבט זיך אן ביי מאונטוועיל, ניו דזשוירזי, וואס גרעניצט זיך מיט דעם ניו יארקער שטעטל טשעסטנאט רידזש, אין דער אומגעגנט פון מאנסי, און לויפט ביז'ן דרום עק פון דעם סטעיט. דער פארקוועי ווערט ברייט באניצט דורך איינוואוינערס פון מאנסי און קרית יואל אויפ'ן וועג אריין צו ניו יארק סיטי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל