א מיליטערישער ווארטזאגער האט באשטעטיגט אז איין זעלנער איז אומגעקומען און נאך 4 זענען פארוואונדעט געווארן זייענדיג אויף א מיסיע אין אפגאניסטאן, ווי די אמעריקאנער קרעפטן טוען באקעמפן די טאליבאנער און די אייסיס מיליטאנטן אין די זעלבע צייט, די אינצידענט האט פאסירט אין די אפגאנער נאנגאהאר פראווינץ, א בערגיגער ראיאן ביים גרעניץ מיט פאקיסטאן וואס דינט אלס באהעלטעניש ארט פאר פילע טעראריסטן וועלכע איז אינפעסטירט מיט אייסיס קעמפער. אמעריקאנער קרעפטן פירן שוין דארט א העפטיגע אפעראציע זינט 2014 צו אויסראטן די טעראריסטן. די מיליטערישע מעלדונג זאגט אז צוויי פון די זעלנער באקומען מעדיצינישע הילף און א לאקאלע שפיטאל און זענען אין א סטאבילע צושטאנד, און די אנדערע צוויי זענען אין א גאר קריטישע צושטאנד און זענען טראנספערירט געווארן צו א מיליטערישע שפיטאל אין די געגענט.

דאס איז די ערשטע אמעריקאנער פאטאליטעט פאר 2018. דעם פארגאנגענעם יאר זענען געווען 17 פאטאליטעטן, 11 פון זיי זענען אומגעקומען אין שלאכט, און פון די 11 זענען 7 פון זיי אומגעקומען אין די נאנגאהאר פראווינץ. עס ווערט געשאצט אז עס געפונען זיך ארום 600 ביז 800 אייסיס קעמפער אין דעם ראיאן, און די מערהייט פון זיי זענען אריבערגעקומען דעם גרעניץ פון פאקיסטאן. אמעריקאנער באאמטע זאגן אז פאקיסטאן טוט נישט גענוג צו פאטראלירן די גרעניצן און אפהאלטן טעראריסטן פון אריבערשפרייזן, די אינצידענט האט ווארשיינליך געפירט דערצו אז פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאזט הערן שארפע קריטיק קעגן פאקיסטאן און זיי באשולדיגט אין העלפן טעראריסטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל