גאווערנער קאומא ווארט נישט ביז די לעצטע מינוט אויפצוטרייבן געלט פאר זיין ווידערערוויילונג קאמפיין, לויט א באריכט פון זיין פאליטישע קאסע פארמאגן זיי שוין 31 מיליאן דאלאר אין דער קאסע, וואס 6 מיליאן דאלאר דערפון איז אויפגעטריבן געווארן אין די לעצטע מאנאטן אין עטליכע פאנדרעזינג באנקעטן פאר רייכע ניו יארקער. דער אפיציעלער צוועק איז פאר א דריטן טערמין אלס גאווערנאר, אבער פאליטישע אנאליסטן האלטן אז דער גאווערנאר איז כמעט א זיכערער געווינער אין די קומענדיגע וואלן, און זיי האלטן אז דער גאווערנער צילט מעגליך צו לויפן אין די פריימעריס פון דער דעמאקראטישער פארטיי אלס פרעזידעטליכער קאנדידאט קעגן פרעזידענט טראמפ, און דעריבער זוכט ער צו פירן א קאמפיין וואס זאל אים ברענגען נאציאנאלע אנערקענונג און רעפוטאציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל