ניו יארק – א פייער האט אויסגעבראכן אויפ'ן דאך פון "טראמפ טאוער", דער וואלקנקראצער וואס באלאנגט פאר פרעזידענט טראמפ און פארמאגט זיין פריוואטע היים און אפיסעס. דער פייער האט אויסגעבראכן ארום 7:20 אינדערפרי, און באריכטן צייגן אז עטליכע סיקרעט סערוויס אגענטן אויף דער וואך האבן באמערקט דאס פייער און אלארמירט די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט, וועלכע זענען אראפגעקומען און באוויזן צו קריגן קאנטראל פונעם פייער אין געציילטע מינוט. ווי מען האט שפעטער געהערט, האט דאס פייער אויסגעבראכן צוליב אן עלעקטערישן פראבלעם מיט איינע פון די אפקילונג טורעמס אויפ'ן דאך, און ס'זענען געווען 3 מילד-פארוואונדעטע, איינער א פייערלעשער פון א שטיק פאלנדיגע ברוכווארג, און די צוויי אנדערע ציווילע אינעווייניג אינעם טראמפ טורעם.

בילד: 3 פארוואונדעט אין  טראמפ-טאוער פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל