אילינאי – פאליציי אויטאריטעטן אין שיקאגא האבן נעכטן פובליצירט ציפערן איבער'ן נארוואס-פארענדיגטן יאר 2017, און עס שטעלט זיך ארויס אז די צאל שיסערייען און מארדן אין דער סיטי – וועלכע ווערט באטראכט אלס אמעריקע'ס געפארפולסטע גרויסע סיטי – איז געפאלן. אלעס אינאיינעם זענען געווען 650 מארדן אין שיקאגא אין יאר 2017, וואס איז נידריגער ווי די 771 אין יאר 2016, און שיסערייען בכלל זענען געפאלן צו 2,785, פון 3,550 אין יאר 2016. פאליציי באאמטע האבן געזאגט אז דאס איז צום פארדאנקען נייע טעכנאלאגיע, וועלכע ערלויבט אפיצירן אנצוקומען צו שיסעריי סצענעס אין די ערשטע סעקונדעס.

די פאזיטיווע ציפערן איבער שיקאגא, קומט פונקט אינעם ערשטן יאר פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער נוצט נאכאנאנד שיקאגא אלס א סימבאל פון א צענטער פאר קרימינאליטעטן און שיסערייען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל