ארום 200,000 בירגער פון סאלוואדאר, וואס זענען געקומען דא מיט א ספעציעלע צייטווייליגע ערלויבעניש מיט ארום צען יאר צוריק, וועלן דארפן פארלאזן דאס לאנד.

די בירגער זענען אריינגעלאזט געווארן קיין אמעריקע, נאכדעם וואס סאלוואדאר איז אריבערגעגאנגען א סעריע פון פאטאלע ערדציטערנישן, וואס האבן געלאזט הונדערטער טויזנטער מענטשן היימלאז.

דאס קומט ארום א וואך וואס ארום 45,000 בירגער פון האיטי, וועלכע זענען אריינגעלאזט געווארן אונטער דעם זעלבן פראגראם, זענען אויך פארארדנט געווארן צו פארלאזן דאס לאנד.

די פעדעראלע רעגירונג זאגט, אז די פראגראם, אונטער וועלכע זיי זענען אריינגעלאזט געווארן, איז בלויז צייטווייליג און נאך א גרונטליכע איבערזיכט פון די היימלאנד דעפארטמענט איז באשלאסן געווארן צו ענדיגן זייער וויזע סטאטוס.

אין די לעצטע וואכן, זינט די רעגירונג האט אונטערגענומען דעם איבערזיכט, האבן פארשידענע גרופעס און ארגאניזאציעס פרובירט צו אינטערווענירן ביי די רעגירונג, אז עס זאל געגעבן ווערן א פערמענאנטע וויזע פאר די וועלכע ארבייטן און וואוינען דא, און דערביי אנגעוויזן אז דער הומאניטארער צושטאנד אין סאלוואדאר איז נאך אלס אומדערטרעגליך. אבער צו זייער אנטוישונג האט די אדמינסטראציע באשלאסן צו ענדיגן דעם פראגראם, אלס טייל פון א ברייטערע פארזוך צו איינצוימען אימיגראציע.

די רעגירונג אין סאלוואדאר האט אויך אינטערווענירט אין וואשינגטאן, אנגעבנדיג אז דאס געלט וואס ווערט אפגעשיקט אהיים דורך די פליטים איז קריטיש פאר איר צעבראכענער עקאנאמיע. אין 2016 איז די געשאצטע סומע פון 4.6 ביליאן דאלער אפגעשיקט געווארן קיין סאלוואדאר פון היגע פליטים, און האט אויסגעמאכט ארום 17 פראצענט פון די ארטיגע ארימע עקאנאמיע.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל