וואשינגטאן – די רעפובליקאנער האבן אין די לעצטע צוויי-דריי וואכן זיך ארויפגערוקט אין די אנקעטעס, און האבן אצינד בעסערע שאנסן אנצוהאלטן זייער קאנטראל אויפ'ן קאנגרעס און סענאט ביי די היי-יאריגע מידטוירם וואלן. א פרישע סי-ען-ען אנקעטע, וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן, צייגט אז די דעמאקראטן האבן אצינד א 49 פראצענט שאנס ארויסצוקומען שטארק פון די מידטוירם וואלן, און די רעפובליקאנער האבן א 44 פראצענט שאנס, וואס איז בלויז 5 פראצענט שוואכער ווי די דעמאקראטן, און מיט בלויז א מאנאט צוריק האט די זעלבע אנקעטע געגעבן אן 18 פראצענט אויבערהאנט פאר די דעמאקראטן איבער די רעפובליקאנער. סטראטעגיסטן אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי זאגן, אז דער פאזיטיווער טויש אין די אנקעטעס אין זייער ריכטונג איז צום פארדאנקען דאס וואס זיי האבן סוקסעספול דורכגעפירט שטייער רעפארם, וואס ביי א גרויסע פראצענט פונעם פאלק האט עס דערווייל געהאט א גוטן אפרוף, וויבאלד זיי וועלן באקומען גרעסערע שטייער קרעדיטס און צאלן ווייניגער שטייערן, ביים ענדע יאר 18'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל