ריאד – פראקורארן אין סאודי אראביע האבן נעכטן געמאלדן, אז עס איז געלונגען פאר דער רעגירונג צו באקומען איבער הונדערט ביליאן דאלאר אלס רעזולטאט פונעם מאסיוון אנטי-קארופציע קאמפיין וואס זי האט אונטערגענומען פארלאפענעם נאוועמבער. צענדליגער פרינצן און איינפלוסרייכע ביליאנערן זענען ארעסטירט געווארן אין א קאמפיין, וואס דער יונגער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן האט אנגעפירט, ווערנדיג באטראכט אלס אן אפעראציע וואס ער וויל דערמיט באפעסטיגן זיין שטאנד אלס דער צוקונפטיגער קעניג. אצינד זענען שוין איבער 100 פון די ארעסטירטע באפרייט געווארן, און די רעגירונג האט קאנפיסקירט ביליאנען דאלארן, און געשלאסן טייערע פינאנציעלע שליכטונגען מיט טייל פון די ארעסטירטע, באטרעפנדיג אינאיינעם 100 ביליאן דאלאר פאר דער רעגירונג קאסע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל