קוויבעק – די קאנאדישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זי ווארפט ארויס ווענעזועלע'ס אמבאסאדאר פון לאנד, אינאיינעם מיט אנדערע הויכראנגיקע ווענעזועלער דיפלאמאטן. דאס קומט אלס טייל פון א פרישע געפעכט צווישן די צוויי לענדער, אין וועלכע ווענעזועלע באשולדיגט די קאנאדישע רעגירונג אין זיך אריינמישן אין זייערע אינערליכע פאליטיק, אריינגערעכנט דאס וואס קאנאדע האט ארויסגעשטעלט עקאנאמישע סאנקציעס קעגן דעם ארטיגן ניקאלעס מאדורא רעזשים צוליב זיין אונטערדרוקונג פון דער אפאזיציע. ווענעזועלע האט מיט עטליכע טעג צוריק ארויסגעווארפן פון איר לאנד קאנאדע'ס אמבאסאדאר, און יעצט האט קאנאדע פשוט גענומען נקמה.

בילד: ווענעזועלע און קאנאדע רייסן זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל