היינט איז אפגעהאלטן געווארן אינעם הויפטקווארטיר פון די פעלקער פאראיין א אפשטימונג דורך די גענעראל פארזאמלונג פאררופן דורך די פאלעסטינער, אין וועלכע מען האט געשטימט אויף א רעזאלוציע וועלכע טוט פארדאמען אמעריקע פאר׳ן אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און טוט עס ׳אנולירן׳. די רעזאלוציע איז אריבער מיט שטיצע פון 128 לענדער, 9 קעגנער, און 35 האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען.

צווישן די לענדער וואס האבן געשטימט קעגן דעם רעזאלוציע זענען: אמעריקע, מדינת ישראל, האנדורעס, גוואטאמאלע, און 5 קליינע לענדער אינעם פאציפישן ים. צווישן די וועלכע האבן זיך אפגעהאלטן זענען אנטיגוא, ארגענטינע, אויסטראליע, קאנאדע, קאלאמביע, קרואטיע, טשעכיע, דאמיניקאן רעפובליק, אונגארן, דשעמעיקע, לאטוויע, מעקסיקא, פוילן, פאנאמע, ראמעניע, און נאך. אויסער דעם זענען פארשטייער פון 21 לענדער נישט אנוועזנד געווען.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס די זיכערהייטס קאנסיל האט אפגעהאלטן א ענליכע אפשטימונג אין וועלכע אלע 14 מיטגלידער האבן געשטימט קעגןנעכטן האט די אמעריקאנע אמבאסאדארקע ניקי העילי ארויסגעשיקט א בריוו צו אלע 193 מיטגליד לענדער אינעם פאראיין ווארנענדיג אז אמעריקע זעט די אפשטימונג ווי אן אטאקע קעגן אמעריקע׳ס זעלבסשטענדיגקייט אין מאכן אירע באשלוסן, און טראץ וואס דאס טוישט נישט אמעריקאנער פאליסי וועט אבער אמעריקע ״אפשרייבן די נעמען, און געדענקן״ די לענדער וועלכע שטימען קעגן איר.העילי האט אויך געזאגט אז אמעריקע וועט אויך שניידן פאנדן צו די פעלקער פאראיין פאר׳ן אפהאלטן דעם אפשטימונג, היינט נאך די אפשטימונג האט זי געזאגט ״די ארגאניזאציע וועט געדענקן דעם טאג וואס זי האט אפגעהאלטן דעם אפשטימונג צו אטאקירן אמעריקאנער זעלבסשטענדיגקייט״.
 דעם אמעריקאנער אנערקענונג פון ירושלים אלס דער מדינת ישראל הויפטשטאט, די אמעריקאנער פארשטייערין האט וועטאאירט דעם באשלוס, און האט אין איר רעדע שארף אראפגעריסן די אינטערנאציאנאלע געמיינדע און אנגערופן דעם אפשטימונג א בושה פאר די זיכערהייטס קאנסיל און געזאגט אז עס איז דאס ערשטע מאל וואס זי נוצט איר וועטא מאכט און אז זי איז שטאלץ דערמיט.

בילד: פעלקער פאראיין פארדאמט אמעריקע פאר׳ן אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל הויפטשטאט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל