א פרישע קאנפליקט האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי וועלטס גרעסטע לענדער, כינע און אינדיע. דאס קומט נאכדעם וואס די כינעזער רעגירונג זאגט אז א מיליטערישער אינדיער דראון איז געפונען געווארן אראפגעקראכט אין כינעזער טערארטאריע. די קומט נאכדעם וואס דורכאויס דעם זומער זענען די צוויי לענדער געווען אויפ׳ן שוועל פון מיליטערישע קאנפליקט צוליב א גרעניץ געפעכט ביים גרעניץ צווישן כינע אינדיע און בעהאָט. די צוויי לענדער האבן א שווערע היסטאריע און האבן געהאט א בלוטיגע קריג אין 1962 צוליב א גרעניץ קאנפליקט וואס איז נאכנישט געלעזט, די צוויי לענדער - וועלכע האבן נוקלעארע מעגליכקייטן - האבן זינט דאן פרובירט צו פארבעסערן באציאונגען, אבער פון צייט צו צייט קומען אפיר געפעכטן צווישן די צוויי אזיאטישע גרויסמאכטן.
די כינעזער רעגירונג האט אין איר מעלדונג נישט קלאר געמאכט ווי די דראון איז געפונען געווארן און געזאגט בלויז אז א מיליטערישע דראון האט אראפגעקראכט אין די לעצטע טעג אין כינעזער טעראטאריע, און איר באשולדיגט אין פארלעצטן די כינעזער הערשאפט, די אינדיער מיליטער האט געזאגט אז די דראון האט פאטראלירט ביים גרעניץ צווישן אינדיע און כינע און עס איז געווען א טעות אז זי איז אריין אביסל אין די כינעזער לופט טעראטאריע. די צוויי מיליטערישע ווארטזאגער פון ביידע לענדער האבן אבער געזאגט אז די מיליטערישע באאמטע קאאפערירן צווישן זיך און באהאנדלן דעם אינצידענט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה