מאסקווע – דער רוסישער טראנספארטאציע מיניסטער האט געמאלדן, אז פלי רייזעס צווישן עגיפטן און רוסלאנד וועלן זיך צוריק אנהייבן קומענדיגן פעברואר, נאך צוויי יאר וואס עס זענען נישט געפלויגן קיין שום קאמערציאלע פאסאזשיר פליגערס צווישן די צוויי לענדער. די רוסישע רעגירונג האט סוספענדירט פלי רייזעס קיין עגיפטן אין אקטאבער יאר 15', נאכדעם וואס אייסיס טעראריסטן אין עגיפטן'ס סיני ראיאן האבן באוויזן ארויפצושמוגלען א באמבע אויף א פליגער, וועלכע האט אויפגעריסן אין דער לופטן און אומגעברענגט אלע 224 מענטשן דערויף. יענע אטאקע, און דער פאקט אז רוסלאנד האט אפגעשטעלט פלי רייזעס קיין עגיפטן, האט חרוב געמאכט די עגיפטישע מולטי-ביליאן דאלערדיגע טוריזם אינדוסטריע אינעם סיני ראיאן, אבער אצינד האבן די צוויי לענדער שלום געמאכט און רייזעס וועלן זיך צוריק אנהייבן.
הוסף רשומת תגובה