א פרישע באריכט איבער די אקטיוויטעטן פון די גרעניץ פאליציי צייגט אז די צאל וועלכע ווערן ארעסטירט פאר׳ן זיך אריבערשמוגלען דעם גרעניץ איז דראסטיש געפאלן און שטייט אצינד ביים נידריגסטן פונקט אין 45 יאר, ווען אין די זעלבע צייט שטייען די צאל דעפארטאציעס ביים העכסטן פונקט. דורכאויס די לעצטע פינאנציעלע יאר וואס האט זיך געענדיגט סעפטעמבער 30 האבן די גרעניץ וועכטער געכאפט און ארעסטירט 301,531 מיט 25% ווייניגער ווי די 415,867 וואס מען האט געכאפט און ארעסטירט מיט א יאר פריער.

פון די אנדערע זייט די ״אייס״ אגענטורן וואס אינפארסירן אימיגראציע געזעצן האבן געהעכערט די צאל ארעסטן און דעפארטאציעס פון אומלעגאלע אימיגראנטן, און האבן דאס יאר דורכגעפירט 143,387 ארעסטן, מיט 25% העכער ווי די 114,434 מיט א יאר פריער, דאס קומט טיילווייז צוליב דעם וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט אנולירט א באשלוס פון פרעזידענט אבאמא וועלכע האט נאר געלאזט ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן אויב זיי זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן אדער שטעלן א געפאר צום פאבליק.

די ציפערן זענען טיילווייז נאך פונעם אבאמא טערמין, די זעלבע סטאטיסטיקס צייגן אויך אז אין די פעריאדע וואס טראמפ איז שוין געווען אין אמט איז די צאל ארעסטן געשטיגן מיט ארום 40% קעגן א יאר פריער, דאס איז טראץ וואס קאנגרעס האט נאכנישט באשטעטיגט די בודשעט פאר א העכערונג אין אייס אגענטן, נאר קומט בלויז צוליב מער מאטיוואציע ביי די אפיצירן צו אויספאלגן די ווילן פון די טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד: שמוגעלערייען ביים גרעניץ דראסטיש געפאלן אונטער פרעזידענט טראמפ 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל