וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, האט נעכטן אוועקגעדרייט פון לאנגע יארן אמעריקאנער אויסערן פאליטיק, און האט אפיציעל אנערקענט ירושלים אלס דער הויפטשטאט פון מדינת ישראל. טראמפ האט באזונדער געמאלדן אז ער האט פארארדענט דעם סטעיט דעפארטמענט אנצוהייבן דעם פראצעדור פון אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.

"איך בין געקומען צום באשלוס, אז עס איז צייט אפיציעל צו אנערקענען ירושלים אלס דער הויפטשטאט פון מדינת ישראל. היינט טוען מיר ענדליך אנערקענען דאס וואס ס'איז קלאר פאר יעדן, אז ירושלים איז מדינת ישראל'ס הויפטשטאט. דאס איז גארנישט מער ווי פשוט אנערקענען די רעאליטעט וויאזוי זאכן זענען סייווי, און עס איז אויך די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע זאך צו טאן" – האט טראמפ געזאגט.

טראמפ האט אבער אין די זעלבע רעדע געזאגט אז ער שטיצט ווייטער א "צוויי לענדער" לעזונג צום פאלעסטינער-איזראעלי קאנפליקט, "אויב ביידע זייטן זענען אינטערעסירט דערין", און טראמפ האט צוגעלייגט אז אמעריקע נעמט ווייטער נישט קיין שטעלונג איבער די ענדגילטיגע סטאטוס פון ירושלים און צי זיי וועלן טאקע אייביג קאנטראלירן גאנץ ירושלים, לאזנדיג אפן די מעגליכקייט אז טייל ירושלים וועט געגעבן ווערן פאר די פאלעסטינער.

רעאקציעס פון איבער דער וועלט צו טראמפ'ס מעלדונג

- דער פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמעד אבאס האט געגעבן א רעדע נאך טראמפ'ס מעלדונג, וואו ער האט שארף פארדאמט טראמפ און געזאגט אז דאס צייגט אז אמעריקע איז נישט אינטערעסירט אין א שלום אינעם מיטל מזרח. אבאס האט פארארדענט די פאלעסטינער געשפרעכן-פירער אהיימצוקומען פון וואשינגטאן.

- רעאקציעס זענען אריינגעקומען איבער'ן טאג פון די רעגירונגען פון טערקיי, ענגלאנד, שוועדן, פראנקרייך, וועלכע האבן געזאגט אז טראמפ'ס באשלוס, שטעלט דעם ראיאן אין געפאר. עגיפטן, ירדן, מאראקא און סאודי אראביע האבן שארפער אראפגעריסן טראמפ, זאגנדיג אז ער האט גענומען א שריט וואס וועט ברענגען בלוט פארגיסונג.

- דער יו-ען סעקרעטאר גענעראל ענטאני גוטערעז האט געזאגט אז דער באשלוס פון טראמפ קען ברענגען פרישע אומרואיגקייט, און מען האט געהערט אז די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל וועט זיך מעגליך מארגן צוזאמזעצן פאר אן עמורדזשענסי זיצונג איבער די אישו, נאכדעם וואס האלב לענדער פונעם קאונסיל האבן פארלאנגט א זיצונג.

פראטעסטן קאכן שוין; פחד פון טעראר אטאקעס

- אין עזה האבן שוין נעכטן געקאכט ווילדע פראטעסטן און ראיאטן, און אויך האט מען געהערט אז אויף די גאסן פון ירדן זענען מאסן ארויסגעקומען אין די גאסן, שרייענדיג אנטי-אמעריקאנער סלאגאנען און פארברענענדיג אמעריקאנער פענער און בילדער פון פרעזידענט טראמפ.

- דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט באזונדער ארויסגעגעבן א סעריע אנווייזונגען פאר זייערע איינגעשטעלטע און אמעריקאנער דיפלאמאטן אין מיטל מזרח, אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון רייזן אין אראבישע געגנטער אין מדינת ישראל פאר די נעקסטע 3 וואכן, האפנדיג אז די סיטואציע וועט זיך בארואיגן ביז דאן.

- כאמאס האט פאררופן מארגן פרייטאג אלס א "טאג פון צארן", וואס קען באדייטן שוידערליכע טעראר אטאקעס ה"י. די מדינת ישראל רעגירונג זאגט אז זי האט מאביליזירט פרישע קרעפטן צו באשיצן האקעלע ערטער, אבער אידישע קינדער ווייסן "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר", און מ'איז מתפלל ס'זאל נישט קאסטן קרבנות.

בילד: טראמפ דערקלערט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט; וועלט שטורעמט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל