נעכטן זענען די הויפטקווארטירן פון די בריטישע נעיווי אלאמירט געווארן איבער אן אויפשטייג פון רוסישע מיליטערישע שיפן וועלכע שווימען אין די וואסערן ארום דעם בריטישן אינזל, א זעלטענע ווארנונג איז אויך ארויסגעשיקט געווארן צו די נאט״א הויפטקווארטירן, און דעם ווארנונג איז געשטאנען אז די רוסישע נעיווי אקטיוויטעטן זענען אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן זינט דעם קאלטן קריג. די רוסישע פלאטע איז באשטאנען פון אמווייניגסטנס 4 שיפן, אריינגערעכנט א קאמפס שיף, א שפיאנאזש-זאמלער שיף, און נאך.

די רוסישע אקטיוויטעטן ווערט געזען דורך מיליטערישע עקספערטן ווי א פראבע צו מעסטן די שטאפל פון אויפמערקזאמקייט פונעם בריטישן נעיווי, עס קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס בריטישע שפיאנאזש באאמטע האבן געליאמערט איבער די מעגליכקייט אז רוסלאנד זאל פארקריפלן די מערב וועלט עקאנאמיע דורך באקומען קאנטראל אויף די אונטערוואסער ״קעיבלס״ וועלכע טראנספארמירן די אינטערנעט און טעלעפאן סיגנאל אריבער דעם אטלאנטיק.

בריטישע שפיאנאזש און נעיווי באאמטע האבן אויסגעדריקט זארג איבער פארמערטע אקטיוויטעטן פון רוסישע אונטערוואסער סומבארינען אינעם געגענט, און איבער די לעצטע פראוואקאציע ״מיר וועלן זיך נישט פארזוימען און נישט זיך צוריקהאלטן פון באשיצן אונזער טעריטאריאלע רעכטן, און מיר וועלן נישט טאלערירן סיי וועלכע פארעם פון אגרעסיע״ האט דער בריטישער שוץ מיניסטער געווין וויליאמסאן געזאגט אין ליכט פון די אינצידענט.

 בילד: בריטישע שיפן באגלייטן ארויס רוסישע שיפן פון בריטישע טעראטאריעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל