פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט א בריוו אין וועלכן ער באדאנק זיך פאר'ן מעיאר פון קרית ים, א שטעטל נעבן חיפה, פאר'ן אנרופן א לאקאלן פארק אויף זיין נאמען.
דוד אבן-צור האט געפאסט דעם באשלוס אנצורופן דעם פארק, וואס האלט אינמיטן אויפגעבויט ווערן, אויפ'ן נאמען פונעם פרעזידענט, אלס א דאנק פאר'ן אנערקענען מיט א טאג פריער ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל.
"א שיינעם דאנק פאר דעם גרויסן כבוד," האט טראמפ צווישן אנדערן געשריבן אינעם בריוו.
אבן-צור האפט איינצולאדענען דעם פרעזידענט צו דער עפענונגס-צערעמאניע פון דעם פארק, וואס איז באשטימט געווארן אויפ'ן קומענדיגן אפריל.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה