א מיסיל וואס די 'הוטי'-רעבעלן אין תימן האבן געשאסן קיין סאודי אראביע האט געלאנדעט נעבן דער הויפטשטאט, ריאַד, אן ברענגען קיין שאדנס.

סאודי אראביע איז פארמישט אין א ציווילן קריג וואס בושעוועט אין דער שכינות'דיגער תימן צווישן די רעבעלן, וואס ווערן געשטיצט דורך איראן, און דער רעגירונג, וואס האט די שטיצע פון סאודי אראביע און נאך עטליכע גאלף-לענדער ווי אויך די פאראייניגטע שטאטן.

די הוטי-גרופע האט דערקלערט אז דער מיסיל איז געווען געצילט אויף א פאלאץ אינדרויסן פון ריאד, וואו די פירערס פון סאודי אראביע זענען דעמאלט געווען פארזאמעלט.

פאריגע וואך האט דער זעלבער סארט מיסיל געלאנדעט נעבן דעם לופטפעלד אין ריאד. אמעריקע האט שוין עטליכע מאל באשולדיגט איראן, אינעם צושטעלן די מיסילס פאר די רעבעלן.

בילד: תימן-רעבעלן שיסן מיסיל אויף סאודי אראביע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל