דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט רוי מאָר וועלכער האט איבעראשט די פאליטישע וועלט מיט׳ן ״באווייזן״ צו פארלירן א טונקל רויטע שטאַט ווי אלבאַמע האלט נאכנישט ביים אויפגעבן דעם פארמעסט און אנערקענען אז ער האט פארלוירן, און האט איינגערייכט א קלאגע אין געריכט ווי ער פארלאנגט א געריכטליכע באפעל צו אנולירן די וואלן צוליב אנגעבליכע ״וואל פעלשערייען״ (א טערמין וואס געוויסע האבן ליב צו נוצן ווען מינאריטעט געמיינדעס נוצן אויס זייער רעכט צו וועלן). אינעם אנקלאגע שרייבט רוי מאָר אז ער פארלאנגט אז דאס געריכט זאל פארארדענען א גרונטליכע אויספארשונג איבער ״קלאנגען״ פון וואל פעלשעריי, ער צייגט אן אז א אומגעווענליך הויכע טורנאויט אין דעמאקראטישע געגענטער זענען העכער ווי עס איז מעגליך און דעריבער איז עס ווארשיינליך צוליב וואל שווינדלעריי. דער סעקערטערי אף סטעיט פון אלאבאמע האט געזאגט אז דערווייל וועט דאג דשאונס ווערן איינגעשוואוירן ווי געהעריג אויב די געריכט וועט נישט פארארדענען אנדערש.

בילד: רוי מאָר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל