די שטאט און אומגעגנט האט זיך באגעגנט מיט פראסטיגע וועטערס דורכאויס די לעצטע צוויי טעג, און וועטער-עקספערטן זאגן פאר נאך א צאל פראסטיג-קאלטע טעג פאר דער קומענדיגער וואך.

קיין ערנסטע רעגנס אדער שניי זעט זיך דערווייל נישט אן אויפ'ן האריזאנט, אבער די קעלט וועט מעגליך גרייכן אזוי נידעריג ווי די איינצלנע ציפערן, און וועט זיך אדאנק די ווינטן פילן נאך נידעריגער.

באזונדערס-שארפע פראסטן זענען דערווארטעט צו באפאלן די שטאט אין דער 'ניי-יאר' נאכט, ווען טויזנטער ניו יארקער פרובירן אפצוצייכענען דעם אנהייב פונעם נייעם יאר אויף דער גאס.

בילד: ביטערע פרעסטן דערווארטעט דורכאויס דער וואך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל