פוילן – א לאקאלער איינגעשטעלטער אין סעמיאטיטש, פוילן איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט, אלס דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס דער ארטיגער בית החיים איז בייזוויליג געשענדעט געווארן דורך לאקאלע קאנסטרוקציע ארבעטער. ווי באריכטעט מיט א וואך צוריק, איז דער סעמיאטיטשער בית החיים געפונען געווארן געשענדעט מיט אויפגעגראבענע קברים דורך לאקאלע קאנסטרוקציע ארבעטער, טראץ וואס די לאקאלע אויטאריטעטן האבן געוואוסט אז זיי וועלן ווארשיינליך טרעפן קברים און עצמות ביים גראבן. דער הויפט קאנסערוואטאר אין ווארשא האט געענדיגט זיין אויספארשונג איבער דער שענדונג, און פארארדענט די אויפזאגונג פונעם לאקאלן קאנסערוואטאר אנדרעי נאוואקאווסקי (Andrzej Nowakowski), וועלכער איז פאראנטווארטליך געווען פאר'ן באשטעטיגן די גראבונגען.

בילד: אנדרעי נאוואקאווסקי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל