ניו יארק סיטי ווערט איבער דער וועלט באטראכט אלס די אומאפיציעלע פינאנציעלע הויפטשטאט פון דער וועלט, אבער אייראפע, גענוי ווי אנדערע וועלט-טיילן, פארמאגן זיך זייערע אייגענע, "לאקאלע" פינאנציעלע צענטערס.

אין אייראפע, וועט לאנדאן, הויפטשטאט פון ענגלאנד, ווארשיינליך פארנעמען די פאזיציע פון פינאנציעלער הויפטשטאט אינעם אייראפעאישן קאנטינענט, איינמאל ענגלאנד וועט דורכפירן דעם "ברעקזיט" און זיך הלכה למעשה אפרייסן פונעם אייראפעאישן פאראיין.

ווי עס איז, זענען פאראן עטליכע אזעלכע פינאנציעלע צענטער-שטעט איבער אייראפע, ווי למשל דובלין, איירלאנד. מומחים ווייזן אבער אן, אז אלע וויכטיגע פינאנציעלע שטעט אין דער אי-יו, זענען אנגעקומען צו זייער שטאנד טאקע אדאנק דעם אייראפעאישן פאראיין, אין קאנטראסט צו לאנדאן, וואס איז אין די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אין א וויכטיגן פינאנציעלן בכבוד עצמה.

לאנדאן האט אראפגעשניטן א סך פון דער ביוראקראטיע ארום פינאנצן און פינאנציעלע אקטיוויטעטן וואס פלאגן רוב אנדערע אזעלכע וויכטיגע שטעט, אריינגערעכנט ניו יארק. דערצו זענען די שטייער-געזעצן פאר גרויסע פינאנציעלע אינסטיטוציעס דארט זייער צוגענגליך.

אנדערש ווי אזא שטאט ווי דובלין, וואס האט איר סוקסעס צום פארדאנקען דעם פאקט וואס זי איז אנגעשלאסן אין דער אי-יו, איז מיט די לאנדאן די מעשה פארקערט: זי ביישטייערט צום סוקסעס פונעם אייראפעאישן פאראיין.

עקספערטן שאצן, אז נישט נאר וועט לאנדאן נישט דערלייגן פון ענגלאנד'ס זיך אפרייסן פון דער אי-יו, נאר וועט גאר פארדינען -- אזויפיל וו צענדליגער ביליאנען דאלארן ווערט אין פרישע ביזנעס-אונטערנעמונגען.

בילד: לאנדאן מעגליך צוקונפטיגע פינאנציעלע הויפטשטאט פון אייראפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל