סאודי אראביע – נעכטן האט מען געהערט פון פילע פירער איבער דער וועלט שארפע ווארענונגען אין ריכטונג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז אויב וועט טאקע טראמפ ארויסקומען און דערקלערן ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, וועט עס ברענגען חלילה שרעקליכע בלוט–פארגיסונגען ה"י.

צווישן די לענדער וועלכע האבן שארף ארויסגעטרעטן קעגן דעם געפלאנטן שריט פון פרעזידענט טראמפ, זענען געווען זיינע נאענטסטע אליאירטע, אריינגערעכנט סאודי אראביע'ס קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן, פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון, און די עגיפטישע רעגירונג, וואס זיי אלע ווארענען אז עס וועט שטארק דעסטאביליזירן דעם גאנצן מיטל מזרח.

די ווארענונגען זענען געקומען אין ליכט פון דעם וואס טראמפ איז דערווארט אויפצוטרעטן היינטיגן מיטוואך מיט א רעדע, וואו ער וועט אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט, אבער אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט נעכטן פון אדמיניסטראציע באאמטע, אז דערווייל וועט ער נישט רוקן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים.

די כאמאס טעראר גרופע האט שוין שארף רעאגירט צו די נייעס איבער דער אנערקענונג פון ירושלים, רופנדיג די וואך פרייטאג אפצוהאלטן א "טאג פון גרימצארן", וואס מען ווייסט פון פריערדיגע אזעלכע סארט רופן, אז דאס באדייט בלוט פארגיסונג און טעראר אטאקע, ה' ירחם. די אמעריקאנער אויטאריטעטן אין מדינת ישראל האבן טאקע געווארנט אירע דיפלאמאטן און סתם אמעריקאנער בירגער וואס געפינען זיך אין ארץ ישראל, זיי זאלן זיך קיינער נישט דרייען אין מסוכנ'דיגע ערטער. השי"ת זאל האלטן זיין רעכטע האנט און באשיצן אלע אידישע קינדער תושבי ארה"ק אפגעהיטן צו ווערן מכל צרה וצוקה.

בילד: וועלט פירער ווארענען מיט שרעק קעגן אנערקענען ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל