אויטאריטעטן זאגן אז א מאסיווע טראגעדיע איז פארמיטן געווארן ביי די ראנוועי פונעם קענעדי לופטפעלד נעכטן ווען א מעקסיקאנער פליגער האט זיך פארמישט און זיך געגרייט צו לאנדען אויף א ראנוועי פון ווי א פליגער האט זיך געגרייט זיך צו אויפהייבן, א זאך וואס וואלט געברענגט א באלדיגע מאסיווע צוזאמענשטויס. די ״וואלאריס עירליינס״ פליגער האט אנגעהויבן לאנדן ארום איינס נאכמיטיג אין די זעלבע צייט וואס א דעלטא פליגער איז געקומען צו פארן מיט׳ן גאנצן קראפט צו זיך אויפהייבן, א זאך וואס האט אריינגעווארפן די קאנטראל טורעמס אין א פאניק, אבער אין די לעצטע מינוט איז געלונגען צו פארמיידן א טראגעדיע ווען דער מעקסיקאנער פליגער האט פארקירעוועט צו א זייטיגע ראנוועי.

בילד: פליגער צוזאמענשטויס פארמיטן אין די לעצטע מינוט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל