ניו יארק – גאווערנאר קאומא, אינאיינעם מיט דעם קאליפארניער גאווערנאר דזשערי בראון און ניו דזשערסיער גאווערנאר-עלעקט פיל מורפי, האבן געזאגט אז זיי קלערן אריינצוגעבן א געריכטליכע אנקלאגע, מיט'ן ציל צו בלאקירן די רעפובליקאנער פלענער פאר שטייער רעפארם. דער שטייער רעפארם ביל פארמאגט א טייל וואס וועט אפשאפן די פארשידענע דידאקשענס וואס שטייערצאלער באקומען אויב זיי באצאלן סטעיט שטייערן און לאקאלע שטייערן. דאס קומט אויס אז איינוואוינער אין אזעלכע סטעיטס ווי ניו יארק און ניו דזשערסי, וואו די סטעיט שטייערן זענען הויך, וועלן שטארק אפעקטירט ווערן אויב וועלן זיי מער נישט האבן דידאקשענס פאר זייערע סטעיט שטייערן. קאומא האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז ער אינאיינעם מיט די צוויי אנדערע גאווערנארס באטראכטן די לעגאלע וועגן וויאזוי אריינצוגעבן אזא סארט אנקלאגע, און איין מהלך איז צו טענה'ן אז דאס הייסט ווי די רעגירונג נעמט טאפלט שטייערן.

בילד: קאומא וויל שטייער רעפארם קלאגע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל