נאך א שארפער רעדוקציע אין דער ביטקאין ווערט פאריגע וואך, האט זיך עס נעכטן דינסטאג צוריקגעכאפט און געבליבן סטאביל היינט מיטוואך, זיך אפשטעלנדיג ביי ארום זעכצן-טויזנט דאלאר.

דער שארפער פאל אינעם ביטקאין איז געקומען נאך א גרויסן שפרינג מיט א וואך פריער, וואס האבן געברענגט זארגן וועגן א מעגליכקייט אז דער ביטקאין איז א זייפנבלאז וואס האלט פאר'ן פלאצן. דערצו איז צוגעקומען דער פאקט, וואס מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן אפגעשטעלט דעם ביטקאין-האנדל אויפ'ן תל אביב סטאק עקסטשעינדזש, ביז די רעגירונג וועט אויפקומען מיט א מהלך פון קאנטראלירן די מארקעט-ווערט פון דער קריפטאו-וואלוטע.

ווי עס שיינט, זענען אינוועסטארס געקומען צו זיך און דער ביטקאין האט באנייט זיין שוואונג, הגם אויף א מער סטאבילן אופן.

בילד: ביטקאין סטאביליזירט זיך נאך שטורמישער וואך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל