דער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן האט זיך היינט באצויגן צו די פלייץ פון באריכטן איבער דעם וואס ער וועט ווי עס שיינט פארלאזן זיין פאזיציע צוליב א שטארקע אומצוטרוי וואס הערשט צווישן אים און דער פרעזידענט, ער האט געזאגט אז די באריכטן זענען באזיסלאז און אז עס איז א ״געלעכטער״. אזוי אויך האט די סטעיט דעפארטמענט געזאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין שום פלענער פון א טויש אין פירערשאפט, און אז דער סעקערטערי לאזט זיך ארויס קומענדיגע וואך אויף א פיר-טאגיקן באזוך אין אייראפע פאר דיפלאמאטישע צוועקן.

אבער קוועלער אינעווייניג אין ווייסן הויז און אינעם סטעיט דעפארטמענט זאגן אז טראץ די אפיציעלע לייקענונג זענען די באריכטן וואָר און דער סעקערטערי איז אויפן וועג ארויס, ספעציעל נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט גאנץ אפן אנגעדייטעט אז עס איז דא אזא פאלן ווען ער האט זיך ארויסגעדרייט צו ענטפערן פראגעס פון רעפארטערס און געזאגט אז ״מען וועט זען וואס וועט זיין״.

קוועלער אינעם סטעיט דעפארטמענט זאגן אויך אז די דיפלאמאטישע געמיינדע איז באזארגט אז טילערסאן קען מער גארנישט אויפטון איבער די וועלט וויבאלד דער פרעזידענט האט עטליכע מאל קלאר געמאכט אין די עפנטליכקייט אז ער האט מיינונגס פארשידנהייטן מיט טילערסאן איבער וויכטיגע אויסערן פאליסי אנלעגנהייטן, און דיפלאמאטן איבער די וועלט גלייבן נישט אז ער האט די מאכט צו שטיין ביי זיין ווארט און ער האט דעריבער גאר ווייניג איינפלוס איבער די וועלט.

בילד: קלאנגען איבער רעזיגנאציע זענען א געלעכטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל