טעקסאס – די "יונייטעד עירליינס" לופטליניע איז געווען געצוואונגען זיך צו אנטשולדיגן, נאכדעם וואס זיי האבן אוועקגעכאפט אן "ערשטע קלאס" זיץ פון א פאסאזשיר וועלכע האט געהאט באצאלט דערפאר. דער אינצידענט האט פאסירט ווען א פאסאזשירקע זשיען סימאון איז ארויפגעקומען אויפ'ן יונייטעד פליגער אום דעצעמבער 18, וועלנדיג פארן פון יוסטאן, טעקסאס קיין וואשינגטאן די-סי. זי האט געהאט באשטעלט אן "ערשטע קלאס" זיץ, אבער ביים ארויפקומען האט זי געזען נישט קיין אנדערע ווי די דעמאקראטישע קאנגרעספרוי שילע דזשעקסאן לי זיצן אין איר טייער-באצאלטן זיץ. זי האט זיך פרובירט איינצו'טענה'ן, אבער ס'האט גארנישט געהאלפן, און זי איז פלאצירט געווארן אין א פשוט'ן זיץ.

אצינד נאכדעם וואס די געשיכטע האט באקומען נעגאטיווע פובליציטעט, האט "יונייטעד" פארעפנטליכט אן אפיציעלע אנטשולדיגונג און געגעבן א 500 דאלארדיגן "טראוועל וואוטשער" פאר סימאון.

בילד: פרישע סומאטוכע מיט "יונייטעד"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל