וואשינגטאן – א לענגערער "ניו יארק טיימס" באריכט דעקט אויף א גאר אינטערעסאנטע זאך, אז די גאנצע אויספארשונג וואס די עף-בי-איי האט אנגעהויבן אויפ'ן טראמפ קאמפיין, אינמיטן יאר 16' קאמפיין, איז צושטאנד געקומען צוליב'ן קאמפיין ראטגעבער דזשארדזש פאפאדאפולוס. לויט'ן באריכט, האט פאפאדאפולוס פארברענגט מיט'ן אויסטראלישן דיפלאמאט אלעקסאנדער דאונער אין מאי יאר 16', און זייענדיג אונטער'ן איינפלוס פון אלקאהאל, האט פאפאדאפולוס דערציילט פאר דאונער, אז די רוסן שטעלן צוזאם שמוץ קעגן קלינטאן, געבנדיג אנצודייטן אז די רוסן טוען דאס אלס סערוויס פאר'ן טראמפ קאמפיין. דאונער האט עס באלד געלאזט וויסן פאר דער עף-בי-איי, וועלכע האט געעפנט די אויספארשונג קעגן דעם טראמפ קאמפיין.

בילד: דזשארדזש פאפאדאפולוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל