וואשינגטאן – איזראעלישע נייעס סטאנציעס האבן נעכטן אויפגעדעקט, אז די אמעריקאנער רעגירונג האט אונטערגעשריבן א געהיימען אפמאך מיט מדינת ישראל, צו ארבעטן אינאיינעם אויף צו באקעמפן איראן, סיי דורכ'ן אונטערדרוקן איראנ'ס נוקלעארע אמביציעס, סיי אירע מיסיל אקטיוויטעטן, און בכלל איר איינפלוס אינעם מיטל מזרח.

לויט די באריכטן, איז דער אפמאך אונטערגעשריבן געווארן מיט צוויי וואכן צוריק אין ווייסן הויז, דורך פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, און דער העכסט-ראנגיקער זיכערהייט באאמטער אין מדינת ישראל מאיר בן-שבת, און דאס אונטערשרייבן דעם אפמאך איז געקומען נאך א לענגערער זיצונג אין ווייסן הויז.

דער אפמאך רופט אז ביידע לענדער וועלן אוועקשטעלן ספעציעלע גרופעס פון עקספערטן און באאמטע, וועלכע וועלן באקומען ספעציפישע אויפגאבעס צו באקעמפן איראן. איין גרופע וועט באהאנדלען איראן'ס אנוועזנהייט אין סיריע און איר שטיצע פאר כיזבאלא, א צווייטע גרופע וועט באהאנדלען איראנ'ס געהיימע נוקלעארע אקטיוויטעטן, און נאך א גרופע וועט פארשן איראנ'ס מיליטערישע אקטיוויטעטן.

דאס ווייסע הויז האט דערווייל נישט געוואלט קאמענטירן אויף די באריכטן, אבער אויב שטעלט זיך עס ארויס אלס אמת, וועט דאס זיין די ערשטע קלארע באווייז אז טראמפ פלאנירט טאקע זיך ארויסצוציען פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן, און וויל עפענען א פרישן פראנט פון אנגעצויגנקייט און קריגערייען מיט איראן.

בילד: אמעריקע אין געהיימען אנטי-איראן אפמאך מיט מדינת ישראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל