דער געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פון פרעזידענט טראמפ איז נעכטן אנגעלקאגט געווארן פאר׳ן ליגנט זאגן פאר אויספארשער אין די ראמען פון די פארצווייגטע אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן. דער ביורא פונעם ספעציעלער אויספארשער האט געזאגט אז פלין וועט היינט ערשיינען פארנט פון א ריכטער אין וואשינגטאן ווי ער וועט זיך קענען דערקלערן שולדיג אדער אומשולדיג, פלין האט זיך טאקע דערקלערט שולדיג, און וועט אויסשטיין א פראצעס.
די קלאגעס זענען איבער געשפרעכן וואס פלין האט געהאט מיט׳ן רוסישן אמבאסאדאר אין אמעריקע סערגעי קיסליאק, געשפרעכן וועלכע ער האט געלייקנט רעדנדיג צו אויספארשער, ביי די געשפרעכן - וואס זענען אפגעהאלטן געווארן אין יולי 2016 - האט ער געבעטן אז רוסלאנד זאל פארארגערן באציאונגען מיט אמעריקע אין ליכט פון די פרישע סאנקציעס דורך די אבאמא אדמיניסטראציע, אזוי ארום אז טראמפ זאל עס קענען פאליטיש אויסנוצן.
אויב ווערט ער געפונען שולדיג שטייט ער אויס א מאקסימום פון פינף יאר טורמע אויף די קלאגעס, אבער ווי באריכטעט ווארט אוף אים נאך קלאגעס איבער זיין ראלע אין טונקעלע געשעפטן ארום נוקלעארע איינריכטונגען וואס ער האט געוואלט העלפן א רוסישע פירמע אויפבויען אין עטליכע לענדער אין מיטל מזרח.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה