וואשינגטאן – דער "ניו יארק טיימס" האט פובליצירט א לענגערן ארטיקל, מיט פארשידענע אויפדעקונגען פון אינעווייניג אין ווייסן הויז און פרעזידענט טראמפ. דער הויכפונקט פונעם ארטיקל איז, אז דער פרעזידענט פארברענגט 8 שטונדן יעדן טאג מיטצוהאלטן לעבעדיגע נייעס דעקונג פון זיין אדמיניסטראציע, אבער דער ארטיקל ברענגט ארויס נאך אינטערעסאנטע זאכן, אריינגערעכנט אז טראמפ האט בעפאר זיין איינשווערונג געזאגט פאר זיינע נאנטע ראטגעבער אז זיי זאלן באטראכטן זיין פרעזידענטשאפט ווי א ווילדע שפיל, אין וועלכע מען הרג'עט שונאים יעדן טאג. טראמפ ליינט אויך עטליכע צייטונגען יעדן טאג, און זיין געוועזענער הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן זאגט, אז טראמפ ליינט נאר אזעלכע זאכן וואס זענען איינשטימיג מיט זיין בליק.
נאך א פונקט: טראמפ האט אנגעהויבן רעדן צו זיינע ארומיגע מיט א טאן ווי ער אנערקענט אז דער מוללער אויספארשונג וועט מעגליך פארכאפן פילע פון זיינע נאנטע, אריינגערעכנט פאמיליע מיטגלידער, וועלכע וועלן ווערן אנגעקלאגט.

הוסף רשומת תגובה