א טאג נאכדעם וואס גואטאמאלע האט געמאלדן איר באשלוס זיך צו אנשליסן צו די פאראייניגטע שטאטן מיט׳ן אריבערפירן איר אמבאסאדע אין מדינת ישראל קיין ירושלים, האבן נאך צוויי צענטראל אמעריקאנער לענדער געמאלדן אז זיי וועלן זיך אנשליסן און נאכגיין אין די פוסטריט פון אמעריקע און גואטעמאלע, האנדורעס און פאנאמע זענען צוויי לענדער וועלכע האבן אויך געשטימט קעגן די פעלקער פאראיין רעזאלוציע צו פארדאמען אמעריקע, און יעצט וועלן זיי זיך פארמאל אנשליסן און אויך אריבערפירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים און איר אנערקענען אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל. די באשלוס פון נאך צוויי לענדער ווערט פאררעכנט אלס דיפלאמאטישע דערגרייכונג פאר ביבי נתניהו, און אויך פאר׳ן פארזיצערין פון אמעריקע אין די פעלקער פאראיין ניקי העילי וועלכע שטעלט זיך ארויס אלס גאר עפעקטיווע פארשטייערין פאר אמעריקאנער אויסערן פאליטיק אין די צייט וואס פונעם סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן הערט מען גאנץ ווייניג אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע. א באאמטער אין די מדינת ישראל אויסערן דעפארטמענט האט געזאגט אז זיי זענען אין געשפרעכן מיט נאך 10 לענדער וואס באטראכטן צו אריבערפירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים.

בילד: האנדורעס און פאנאמע וועלן אויך אריבערפירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל