א סוף-יאר שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן בשייכות צו די פינאנציעלע אקטיוויטעטן ווייזט צווישן אנדערן, אז די אמעריקאנער באפעלקערונג איז מער פאקוסירט אויף פינאנציעלער זיכערהייט ווי אויפ'ן אייגענעם פיזישן געזונט-צושטאנד.

בערך א דריטל אמעריקאנער האלטן אז דאס לאנד שטייט פאר א פרישער רעסעסיע, וואס וועט זיך ווארשיינליך אויסשפילן דורכאויס דעם קומענדיגן יאר, 18'. 71 פראצענט זאגן, אז זייער עיקר פאקוס צום נייעם יאר וועט זיין זייער פינאנציעלן צושטאנד, מער ווי דאס געזונט, קעגן 67 פראצענט וואס שטעלן דאס געזונט העכער געלט.

42 פראצענט האט געזאגט, אז אפגעזען פון וואס קומט פריער, וועט דאס פירן אן אחריות'דיגן פינאנציעלן חשבון פארנעמען א וויכטיג ארט אין זייער לעבן דורכאויס קומענדיגן יאר.

בילד: אמעריקאנער מער קאנצענטרירט אויף פינאנץ ווי געזונט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל