די טערקישע פראקורארן האבן ארויסגעלייגט אן ארעסט פארלאנג אויף דעם געוועזענעם סי-איי-עי אפיציר גרעהעם פולער, איבער זיין אנגעבליכע ראלע וואס ער האט געהאט אינעם דורכגעפאלענעם פוטש אין 2016, און זאגן אז ער איז געשטאנען אין נאנטע פארבינדונג מיט׳ן טערקישן-אמעריקאנעם גייסטליכער פאטולא גולאן וועלכער ווערט באטראכט דורך טערקיי אלס דער מייסטער אונטער די גאנצע פוטש פארזוך. פולער איז געווען א הויכראנגיקער באאמטער אין די סי-איי-עי און געדינט אלס וויצע פארזיצער פון די נאצינאנאלע שפיאנאזש קאמיטע.

איבער 50,000 מענטשן זענען אונטער ארעסט צוליב דעם פוטש, און נאך 150,000 האבן פאלוירן זייערע רעגירונגס פאזיציעס צוליב די מאסיווע רייניגונגען וואס די רעזשים האט דורכגעפירט אין ליכט פונעם פוטש צו גענצליך אויסרייניגן די רעגירונג, מיליטער און פאליציי פון סיי ווער האט קוקט מיט א קרום אויג אויף די רעזשים פון ארדואן.

די קלאגעס קעגן פולער ווערן באצייכנט דורך עקספערטן אלס בלויז א שפיל פון די טערקישע רעגירונג צו צייגן פאר אירע בירגער אז די פוטש איז געווען אן אמעריקאנער קאנספיראציע, פולער זעלבסט האט אנגערופן די קלאגעס נאריש און אויסגעזויגן פון פינגער, עקספערטן צייגן אן אז קרעמעלין פראפאגאנדע עקספערטן פון רוסלאנד העלפן ארויס די טערקישע רעגירונג מיט די אנטי-אמעריקאנער פראפאגאנדע קאמפיין. און אנקעטעס צייגן אז רוב טערקן גלייבן שוין אצינד אז אמעריקע און די סי-איי-עי איז געשטאנען אונטער דעם פוטש פארזוך.

בילד: טערקיי פארלאנג ארעסט פון סי-איי-עי אגענט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל