וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט אויף טוויטער נעכטן אינדערפרי געשריבן, אז ער האט קיינמאל נישט געהייסן פאר דזשעימס קאומי (דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן) אפצושטעלן די אויספארשונגען קעגן מייקל פלין (טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער וועלכער האט זיך פרייטאג מודה געווען אין ליגנט זאגן פאר די עף-בי-איי). טראמפ שרייבט אז די באשולדיגונג אז ער האט עס געהייסן פאר קאומי, איז בלויז "פעיק ניוז" צו פארדעקן א ליגנט פון קאומי. עקספערטן האבן אנגעצייגט אז טראמפ'ס פארלייקענונג איז אין דירעקטער קעגנזאץ צו דעם וואס קאומי האט געזאגט פאר'ן סענאט אונטער שבועה, אז נאכדעם וואס טראמפ האט ארויסגעווארפן פלין פון ווייסן הויז, האט אים טראמפ דירעקטירט זיך אפצולאזן פון דער פלין אויספארשונג.

בילד: טראמפ זאגט אז ער האט נישט גערעדט צו קאומי איבער פלין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל