א קווינס-איינוואוינער וועלכער האט געדינט אלס אינספעקטאר פאר דעם האוזינג דעפארטמענט איז געכאפט געווארן באגיין די זעלבע פארלעצונגען וואס ער איז באצאלט געווארן צו באריכטן צו דער שטאט.

דעריק עלען האט רענאווירט דעם קעלער פון זיינעם א הויז און דארט אריינגעשטעלט עטליכע פיצינקע דירות, און דערצו נישט צוגעשטעלט די נויטיגע ליכט-איינריכטונגען און עמוירדזשענסי-ארויסגענג.

א ריכטער האט געאורטיילט אז עלען זאל אלס שטראף אפגעזאגט ווערן פון זיין פאסטן. "די קעלער איז נישט זיכער און די אומשטענדן שטעלן מיט זיך פאָר א געפאר פאר מענטשליכע לעבנס," האט דער ריכטער געשריבן אינעם פסק.

די אנטדעקונג איז געמאכט געווארן נאך דעם וואס אן איינוואוינער אינעם בנין האט זיך באקלאגט צו דער באהערדע אז די וואסער-לייטונג פונקציאנירט נישט געהעריג. אן אונטערזוכונג וואס איז דורכגעפירט געווארן האט געפירט די אינספעקטארס צו די אומלעגאלע וואוין-ערטער אין קעלער.

עלען האט זיך באקלאגט צו דער פרעסע אויף דעם וואס מ'האט זיך "גענומען אויף זיינע ביינער," אין דער צייט וואס אזויפיל אנדערע שטאטישע אנגעשטעלטע -- פאליציאנטן און אנדערע -- מיסברויכן זייער מאכט און רעכט.

בילד: האוזינג אינספעקטאר געכאפט מיט אומלעגאלע דירות

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל