שיקאגא. – די שעירס פון אמעריקאנער דעפארטמענט סטארס זענען געשטיגן נאכדעם וואס די גויאישע חגאות שפענדונגען זענען אריינגעקומען אין גרויסע ציפערן. איינקויפער האבן געשפענדעט איבער 800 ביליאן דאלאר אינעם איצטיגן גויאישן חגאות סעזאן, א רעקארד קעגן די פארגאנגענע יארן. דאס קומט צוליב דעם שטייגנדיגן קאנסומער צוטרוי, שטייגענדע צאל דזשאבס און טיפע פריע דיסקאונטס וואס סטארס האבן געגעבן. די סעילס ביי סטארס און אנליין, צווישן נאוועמבער 1 און דעצעמבער 24, איז געשטיגן מיט 4.9 פראצענט קעגן פאראיאר די צייט. די גרעסטע העכערונג זינט 11'. דאס האט געהויבן די סטאקס פון ריטעיל סטארס. דאס קומט נאכדעם וואס אין לעצטע 6-7 מאנאטן זענען די סטאקס פון אט די סטארס שטארק געפאלן. יעצט זענען זיי געשטיגן. די שעירס פון דזשעי סי פעני זענען געשטיגן מיט 7.6 פראצענט, שעירס פון קאהלס קארפ. זענען געשטיגן מיט 5.8 פראצענט, די שעירס פון מעיסיס זענען געשטיגן מיט 5.1 פראצענט און די שעירס פון נארדסטארם זענען געשטיגן מיט 2.8 פראצענט. אנליין סעילס איז געשטיגן מיט 18.1 פראצענט אינעם איצטיגן שאפינג סעזאן.

בילד: דעפארטמענט סטאר סטאקס שטייגן נאך רעקארד שפענדונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל